lirik lagu michoel schnitzler - last deechenen
מיכאל שניצלער – דאס לעצטע דוכנ’ען
געקומען איז ער אויף יום טוב צו זיין זוהן
דער רב צייגט אים א פּלאץ, ער זעצט זיך אהין
איינגעבויגן מיט זיין מחזור’ל דעם קליינעם
א איד ער איז שוין פון די זקנים
א שטילער אַן איידעלער, אינעם דאווענען אריינגעטון
ביי מוסף ותערב דער עולם זאגט מיט געפיל
דער כהן מאכט די ברכה, אלעס ארום איז שטיל
אבער ווי נאר ער הייבט אָן דעם דוכן
דער אלטער איד הייבט זיך אויף אינגיכן
מיט א צובראכן געוויין ער לויפט ארויס פון שול
ביים קידוש דער רב קומט צו, איך וויל אייך פרעגן אפן
פארוואס זענט איר ביים דוכנ’ען פון שול ארויסגעלאפן
זאגט מיר וואס דאס מיינט, פארוואס האט איר געוויינט
רבי כ’וועל אייך מסביר זיין געווען איז דאס אין בערגן בעלזן, איך בין געווען נאך קליין
אין בונקער געפּראוועט א סדר
דער רשע האט געהערט דערפון
דער עלטסטער פון אונז גענומען
ליידן שטארק וועט ער דערפון
באצאלן וועסטו, מארגן אינדערפרי
וועט מען יעדן צאמנעמען דא
און דיר וועט מען הענגען – חייך תלויים לך
דאס בילד פון יענעם טאג
וועט קיינמאל נישט ווערן פארשווינדן
דעם אלטן איד מ’שלעפּט, און איבערן האלדז דעם שטריק ארומגעבינדן
געקייטעלט הענט און פיס מיט אויגן אדורכגענעצטע
ער בעט ביים דייטש
גיב מיך כאטש די וואונטשט מיין לעצטע
א כהן ביך איך און דוכנ’ען וועל איך שוין מער קיינמאל
ס’איז יו”ט אינדערפרי, איך בעט דיך לאמיך נאך די איינמאל
איך געב דיר צוויי מינוט, זאגט אים דער רשע מיט גאוה
און עס קלינגט אפּ א לברך את עמו ישראל באהבה
יברכך ה’ וישמרך
יאר השם פּניו אליך ויחונך
ישא השם פּניו אליך
וישם לך שלום
אפילו חרב חדה מונחת על צוארו
נישט פארגעסן פונעם מחיה מתים במאמרו
זיין תפקיד אלקי
תברכו את בני
בענטשן כלל ישראל
אזא הייליגער דוכנ’ען, וועט די וועלט שוין נישט הערן נאכאמאל
שטענדיג ווען מען האלט אין שול ביי ברכת כהנים
כדי זיך צו דערמאנען דאס בילד, די תנועה זיינעם
לויף איך אין א זייט
איך זינג צו מיר פּריוואט
די תנועות ווי ער האט עס געזאגט
ווייל איך וויל עס נישט פארגעסן ביז מיין לעצטן טאג
יארן פארוואגעלט פארווארפן איבעראל
די וועלט פארשמירט מיט בלוט פון כלל ישראל
כי היינו לעג וקלס, והעיר האלקים מושפלת
אבער אויפגעגעבן האבן מיר קיינמאל
געבליבן זענען מיר קליינע הייפעלעך
די גבורה די אמונה איז אומבאגרייפלעך
מיטן שטריק ארום דעם האלדז
שטרעבן מיר נאכאלץ
צו דיר אלקינו
ווייל אונז זעמיר דיין פאלק ואתה מלכנו
די חכמי העולם דעם איד באטראכטן זיי טוען אים
צושטויסן, צובלוטיגט אבער דאך פעסטע מאמינים
מיטן לעצטן טראפּן בלוט
בעטן דיך מ’טוט
לברך את עמו ישראל
ווייז אונז שוין דיין אהבה איינמאל פאר אלעמאל
יברכך ה’ טאטע טו אונז שוין בענטשן
מיר זענען דיינע שאף, דיינע קינדער, דיינע מענטשן
יאר ה’ טו שוין דיין פּנים אויפלייכטן
גענוג שוין מיט די מלחמות די שווערע שלאכטן
ישא ה’ הייב שוין אויף דיין כבוד
הרחמן הוא, יקום לנו, את סוכת דוד
ישועות נחמות היום ובכל יום
וישם לך שלום
מיין קינד דיין געוויין איך הער און איך שפּיר
קוק אריין טיף, וועסטו זעהן איך בין אין דיר
הער צו וואס איך זאג
בקרוב קומט דער טאג
וואס זען אליין וועסטו שוין
ותחזינה עינינו בשובך לציון
Lirik lagu lainnya:
- lirik lagu chimarruts feat. serginho moah - mil poesias
- lirik lagu pongki barata - benar benar
- lirik lagu transit - thanks for nothing
- lirik lagu nano ripe - limetree
- lirik lagu iksan skuter - kepada hidup
- lirik lagu 에피톤 프로젝트 - 시차
- lirik lagu various artists feat. travis - sing
- lirik lagu bruno coulais - caress on the ocean
- lirik lagu kezzo - bekliyorken ölmeyi
- lirik lagu mc aese - mírame a mi