lirik.web.id
a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x y z 0 1 2 3 4 5 6 7 8 9 #

lirik lagu lipa schmeltzer – keinehora

Loading...

די באבע זאגט קעניינע הארע
דער טאטע זאגט בלי עין הרע
די מאמע זאגט קיין עין הרע

וואס זאגט דער טאנטע? קינע הארע

דער שכן זאגט קעניינע הארע
דער מלמד זאגט בלי עין הרע
דער חבר זאגט קיין עין הרע
וואס זאגט די טיטשער? קינע הארע

איינער א מטבע
א צווייטער א קמייע
וואס קומט פונעם טאטען
מ’טראגט א גאלדן רענדל
מ’טראגט די רויטע בענדל
אן אויג זאל נישט שאטן

ביים טיר די זאלץ אין טאש א קנאבל
צו ראטעווען פון צער און טראבל
וואס וועט אונז היטן פון א צרה
קעגן עין הרע

הייסע בליי אויפקאכן
צו ווערן אויפגעשפראכן
א לחש צו ברומען
א חמסה פון א סבא
און וואסער פון א באבא
די אויגן בייקומען

און ווער עס קען כאפט א גוטן ביינדל
קריצט אן אויג אין א בלויע שטיינדל
איהם צו געבן א בא’חן’דעל קינע הארע

א קליינע קינד קעניינע הארע
א בחור’ל בלי עין הרע
א חתן שוין קיין עין הרע
וואס זאגט די שוויגער? יא קינע הארע
א שיינע הויז קעניינע הארע
גע’ענדיגט ש”ס בלי עין הרע
א שטריימעלע קיין עין הרע
וואס זאגסטו אויף ליפא? קניינע הארע!
נע יא?…

האטס נישט קיין מורא ברידערלעך פיינע
עס שאדט אונז גארנישט
ווייל מיר ווייסן לא שלטא ביה עינא
גלייך ווי א פיש
אזויווי רש”י טוט ערקלערן
ווען יעקב האט געוואונטשן גערן
ווי פיש זאלן מיר זיך מערן
עין הרע וועט נישט שטערן

יברך יברך את הנערים יעקב’ס געבעט איז
כדגים הללו שאין עין הרע בהם שולטת
אזויווי רש”י טוט ערקלערן
ווען יעקב האט געוואונטשן גערן
ווי פיש זאלן מיר זיך מערן פארמערן

ס’זאל נישט זיין א עין הרע
עס טאר נישט זיין א עין הרע
ס’קען נישט זיין א עין הרע
עס וועט נישט זיין א עין הרע

טראכט נישט פון א עין הרע
רעדט נישט פון א עין הרע
ווייס נישט פון א עין הרע
וועסטו נישט האבן עין הרע

וויילכל דקפיד קפיד קפדי קפדי בהדי
ודלא דקפיד קפיד לא קפדי בהדי
דער בורא העלפט אונז מיט גענאדע
ווייל מיר זענען פון זיין סטאדע
ער היט אונז פון אן אויג אוודאי
לא לא קפדו בהדי

כל דקפיד קפיד ווער ס’איז מקפיד קפדי בהדי
און ווער עס איז נישט מקפיד מקפיד לא קפדי בהדי
דער בורא העלפט אונז מיט גענאדע
ווייל מיר זענען פון זיין סטאדע
ער היט אונז פון אן אויג אוודאי
קעניינע הארע

קעניינע הארע!
בלי עין הרע
קינע הארע!


Lirik lagu lainnya:

LIRIK YANG LAGI HITS MINGGU INI

Loading...